וואס איז געצוואונגענע הייראט?
Updated 27 March 2023
וואס איז געצוואונגענע הייראט?
סיי וועלכע מענטש קען ווערן אריינגעצוואונגען אין הייראט - דאס רעכנט אריין מענטשן פון אלע עלטערס, מינים, אפשטאמען און רעליגיעס.
א געצווינגענע הייראט איז וואו איינער אדער ביידע מענטשן טוען נישט אדער קענען נישט צושטימען צום הייראט און דרוק אדער אביוז ווערט גענוצט זיי אריינצוצווינגען אינעם הייראט. עס איז אויך ווען עפעס ווערט געטון צו מאכן איינעם הייראטן איידער זיי ווערן 18, אפילו עס איז נישט דא קיין דרוק אדער אביוז.
געצווינגענע הייראט איז אומלעגאל .אין ענגלאנד. עס איז א פארעם פון דאמעסטישע אביוז און איז אן ערנסטע אביוז פון מענטשליכע רעכטן.
צוואונגען איינעם צו הייראטן איז נישט אייביג פיזיש, אבער עס איז אלעמאל קעגן די געזעץ.
די דרוק וואס ווערט געלייגט אויף א מענטש צו הייראטן קען זיין אין פארשידענע פארמען:
- פיזישע דרוק קען מיינען דראאונגען אדער געוואלדטאטן (אריינגערעכנט מין געוואלדטאטן)
- עמאציאנאלע אדער פסיכאלאגישע דרוק קען מיינען מאכן איינעם פילן ווי זיי ברענגען פארשעמונג אויף זייער פאמיליע, זיי איבעררעדן אז זייערע נאנטע קענען ווערן קראנק אויב זיי הייראטן נישט, אדער אוועקנעמען זייער פרייהייט אדער געלט ביז זיי זענען מסכים צו די הייראט
אבער ווען א מענטש וואס גייט הייראטן איז אונטער 18 יאר, דאן טון עפעס זיי צו מאכן הייראטן איז א פארברעך – עס מוז נישט זיין דרוק.
אין געוויסע פעלער קענען מענטשן ווערן גענומען צו אן אנדערע לאנד אן וויסן אז מען וועט זיי הייראטן. ווען זיי קומען אן אין יענע לאנד, קענען זייערע פאספארט(ן)/טראוועל דאקומענטן ווערן אוועקגענומען צו פרובירן זיי אפשטעלן פון צוריקגיין צו ענגלאנד.
וואס מיינט באשטעטיגונג?
פאר א הייראט צו זיין באשטעטיגט, מוזן ביידע מענטשן וואס הייראטן מסכים זיין דערצו. איר זאלט פילן ווי איר האט א ברירה.
לעגאל, קענען נישט מענטשן מיט געוויסע לערנען באגרעניצונגען אדער שטארקע מענטאל געזונטהייט צושטאנדן מסכים זיין צו הייראט, אפילו אויב זיי פילן אז הייראט איז וואס זיי ווילן.
וואס מיינט א צוזאמגעשטעלטע הייראט?
ווען עס קומט צו די הייראט פון ערוואקסענע, איז אן אראנזשירטע הייראט נישט די זעלבע ווי א געצווינגענע הייראט. אין אן אראנזשירטע הייראט, טוען די פאמיליעס נעמען א פירנדע ראלע אין אויסוועלן די הייראט שותף, אבער ביידע אינדיווידואלן זענען פריי צו וועלן אויב זיי ווילן הייראטן.
ווען עס קומט צו די הייראט פון קינדער (ביז צו 18) איז נישט דא קיין חילוק צווישן אן אראנזשירטע הייראט און א געצווינגענע הייראט. טון עפעס צו גורם זיין א קינד צו הייראטן איז א געצווינגענע הייראט – און איז א פארברעך.
אויב איר זענט מסכים צו הייראטן, אבער טוישט אייער מיינונג שפעטער - אבער פילט אז איר זענט געצוואונגען צו ווייטער גיין מיט די הייראט - דאס איז אויך א געצוואונגענע הייראט.
וואס קען איך טון?
אויב איר זענט אין באלדיגע סכנה רופט די פאליציי אויף 999.
אויב איר אדער איינער וועם איר קענט ווערט אריינגעצוואונגען אין א הייראט סיי אין UK אדער ארויס פון לאנד, קענט איר זיך פארבינדן מיט די געצוואונגענע הייראט איינהייט.
וואס איז די געצוואונגענע הייראט איינהייט?
די געצוואונגענע הייראט איינהייט שטעלט צו שטיצע און ראט פאר קרבנות, די וואס האבן די ריזיקע און פראפעסיאנאלן.
די געצוואונגענע הייראט איינהייט קען צושטעלן ראט און הילף סיי פאר און נאך וואס איר מעלדט איין פאר די פאליציי, און אויך אויב איר וועלט אויס נישט צו איינמעלדן בכלל. די אוועילעבל שטיצע איז פון צושטעלן אינפארמאציע און אנווייזונגען ביז העלפן בריטישע קרבנות וואס זענען איבערן ים צוריקצוקומען צו די UK.
קעיס ארבעטער האבן ערפארונג אין האנדלען מיט די קולטוראלע, סאציאלע און עמאציאנאלע אנגעלעגנהייטן ארום געצוואונגענע הייראט.
די געצווינגענע הייראט איינהייט קען צושטעלן ראט און שטיצע צו סיי וועם אין די ענגלישע, אפגעזען פון זייער נאציאנאליטעט. איבערן ים, אונזערע בריטישע אמבאסאדעס, הויכע קאמיסיעס און קאנסולאטן קענען צושטעלן קאנסולארע הילף צו בריטישע נאציאנאלן (אריינגערעכנט דאפלטע נאציאנאלן), און אין געוויסע אומשטענדן צו א נאציאנאלע Commonwealth.
רופט:
- (+44) (0) 207 008 0151 מאנטאג ביז פרייטאג am9 ביז pm5
- (+44) (0) 207 008 1500 גלאבאלע רעאקציע צענטער (ארויס פון שעות)
- אימעיל: [email protected]
איר זענט נישט אליין
עס איז נישט אומגעווענליך צו פילן אליין אויב איר אדער איינער וועם איר קענט ווערט אריינגעצווינגען צו הייראטן. אבער איר זענט נישט אליין. יעדע יאר, ווערן עטליכע הונדערט פעלער איבערגעגעבן צו אונז, פון פרויען און מענער פון אלע עלטער, אפשטאמען און רעליגיעס, אריינגערעכנט פון קאמיוניטי. LGBTQ+ די דאך, פיל מענטשן מעלדן נישט איין וואס עס געשעט צו זיי, אדער וואס זיי טראכטן אז עס טוט מעגליך געשען צו איינער וועם זיי קענען.
די אמת’ע געשיכטעס ווייזן אז געצוואונגענע הייראט קען געשען צו סיי וועם, אפגעזען פון די עלטער, מין, רעליגיע אדער אפשטאם - און אז דאס איינמעלדן ראטעוועט לעבנס. (די אנגעגעבענע נעמען זענען נישט די אמת’ע נעמען.)
איישא’ס מעשה
“איך בין געווען 15 יאר און געהאלטן ביים ענדיגן מיין GCSEס ווען איך האב פארשטאנען אז מיין טאטע פלאנט מיר צו שיקן איבערן ים צו הייראטן מיין עלטערע קוזינע. מיין טאטע איז אלץ געווען אויפגערעגט און פלעגט אמאל שלאגן מיר און מיין מאמע. מיין מאמע האט נישט געוואלט אז איך זאל הייראטן אזוי יונג, אבער זי האט צו שטארק מורא געהאט אים צו זאגן ניין. איך האב געטראכט אז מיין טאטע קען מיר ארייננארן אוועקצופארן פון לאנד און נאכדעם אוועקנעמען מיין טעלעפאן אז איך זאל נישט קענען קיינעם בעטן הילף.”
איישא האט געזאגט פאר א לערער אין איר שולע, וואס האט גערופן די געצוואונגענע הייראט איינהייט.
די געצוואונגענע הייראט איינהייט האט געארבעט מיט קינדער’ס סאושעל קעיר צו באקומען א געצוואונגענע הייראט באשיצונג באפעל, וואס מען האט געלייגט אויף איישא’ס טאטע. די באפעל האט פארמיטן די געצוואונגענע הייראט פון פארקומען ווייל איישא’ס טאטע האט נישט געקענט ארויסנעמען איישא פון לאנד און האט נישט געקענט איינגעבן א פאספארט אפליקאציע פאר איר.
איישא האט מורא געהאט צו בלייבן אינדערהיים און דעריבער באקומען א זיכערע פלאצירונג צו זיין ביזדערווייל. איישא’ס מאמע האט געארבעט מיט קינדער’ס סאושעל קעיר און איז געווארן געהאלפן צו איבערלאזן איישא’ס טאטע.
איישא וואוינט יעצט זיכערערהייט מיט איר מאמע און יונגערע ברודערס און האט געקענט ענדיגן איר GCSEס.
סיעד’ס מעשה
“איך בין געווען 25 ווען מיינע עלטערן האבן מיר גענומען פאר א פאמיליע חתונה אין פאקיסטאן. ווען איך בין אנגעקומען דארט האב איך זיך דערוואוסט אז איך בין דער וואס גייט הייראטן. איך האב נישט געוואלט אבער מיין מאמע האט אסאך געזונטהייט פראבלעמען און יעדער האט געזאגט אז איך מאך איר קראנק מיטן נישט וועלן. נאך טעג פון זאגן ניין האב איך ענדליך אויפגעגעבן און איינגעגאנגען אויף מיין פאמיליע’ס ווילן. ווען איך בין צוריקגעקומען צו די UK, האב איך נאר פרובירט צו פארגעסן פון עס און אנגיין מיט מיין לעבן. נאכדעם האט מיין ווייב’ס פאמיליע אנגעהויבן צו לייגן דרוק אויף מיר אז איך זאל איינגעבן א וויזע אפליקאציע פאר איר צו קומען צו די UK. זיי פלעגן מיר רופן און סטראשענען.”
סיעד האט גערופן די געצוואונגענע הייראט איינהייט ביים ערשטן געלעגנהייט און די געצוואונגענע הייראט איינהייט האט געקענט ערקלערן וויאזוי זיי קענען אים העלפן וויבאלד ער איז געווען אן אומזיכערע ספאנסער.
קהאדיא’ס מעשה
“איך פלעג אפט אריינפאלן אין פראבלעמען אינדערהיים, פארן לייגן פארב אויפן פנים און וועלן בלייבן ביז שפעט אויפן גאס מיט מיינע פריינט. מיין מאמע האט עס נישט ליב געהאט און מיר האבן זיך אסאך געטענה’ט. ווען איך בין געווארן 19, האט זי מיר געזאגט אז אונז גייען אויף וואקאציע צו באזוכן מיין באבע אין סאמאליע. ווען איך בין אנגעקומען דארט, האט מיין מאמע מיר אריינגעלייגט אין א באורדינג שולע און מיר געזאגט אז איך דארף דארט בלייבן ביז איך לערן זיך אויס צו זיין א גוטע סאמאלי טאכטער. זי האט גענומען מיין פאספארט און מיר דארט געלאזט. די שולע איז געווען באמת שלעכט. זיי פלעגן אונז שלאגן און האבן מיר געזאגט אז אויב איך וויל ארויסגיין דארף איך הייראטן איינע פון די שומרים.”
קהאדיא האט באהאלטענערהייט געהאט א טעלעפאן. זי האט דערציילט איר חבר וואס איז געשען און ער האט גערופן די געצוואונגענע הייראט איינהייט.
די געצוואונגענע הייראט איינהייט האט געארבעט מיט די פאליציי אין די UK צו באקומען א געצוואונגענע הייראט באשיצונג באפעל, וואס האט פארלאנגט קהאדיא’ס מאמע צוריקצוגעבן קהאדיא’ס פאספארט, איר געבן רשות צו פארלאזן איר שולע און איר באשטעלן א פליגער צוריק צו די UK. די געצוואונגענע הייראט איינהייט האט געהאלפן קהאדיא טרעפן א קורץ-טערמיניגע זיכערע פלאץ זיך צו אויפהאלטן ווען זי איז אנגעקומען צוריק אין די UK.
זי וואוינט יעצט אין א פליטים אנשטאלט און באקומט הילף פון ספעציעליסט פראפעסיאנאלן צוריק אויפצובויען איר לעבן אומאפהענגיג פון איר פאמיליע. (די בריטישע אמבאסאדע מאגאדישו טוט נישט צושטעלן קאנסולארע סערוויסעס. אויב איר זענט אין סאמאליע אדער סאמאלילאנד קענט איר זיך פארבינדן מיט די British High Commission Nairobi.)
זי וואוינט יעצט אין א פליטים אנשטאלט און באקומט הילף פון ספעציעליסט פראפעסיאנאלן צוריק אויפצובויען איר לעבן אומאפהענגיג פון איר פאמיליע. (די בריטישע אמבאסאדע מאגאדישו טוט נישט צושטעלן קאנסולארע סערוויסעס. אויב איר זענט אין סאמאליע אדער סאמאלילאנד קענט איר זיך פארבינדן מיט די British High Commission Nairobi.)
מאנדיף’ס מעשה
“נעכטן נאכט האב איך געהערט מיינע עלטערן רעדן וועגן אונזער רייזע קיין אינדיע דעם זומער און זייער פלאן פאר מיין ברודער מאנדיף צו הייראטן דערווייל וואס אונז זענען דארט. מיין מאמע האט געזאגט אז זיי ווערן שוין צו אלט אים צו באדינען און דעריבער איז גוט אויב ער האט א ווייב עס צו טון. מאנדיף ליידט פון שווערע לערנען באגרעניצונגען און ער דארף אנקומען צו מיין מאמע און טאטע פאר די מערסט מינימאלע געברויכן. איך מיין באמת אז ער פארשטייט נישט גארנישט וועגן זיין פארהייראט.”
מאנדיף’ס שוועסטער האט זיך פארבינדן מיט די געצוואונגענע הייראט איינהייט צו איבערגעבן אירע זארגן וועגן איר ברודער’ס מצב און זיין מעגליכקייט צו פארשטיין וואס עס האלט ביים געשען צו אים.
די געצוואונגענע הייראט איינהייט האט געמאכט א רעפורל צו די לאקאלע ערוואקסענע סאושעל קעיר טיעם צו מסביר זיין די מצב און געפרעגט אויב א מענטאל מעגליכקייט אפשאצונג וואלט געקענט ווערן געמאכט פאר מאנדיף, פארזיכערנדיג אז די קוואל פון אינפארמאציע בלייבט אנאנים.
מאנדיף האט שוין געהאלטן אינמיטן באקומען שטיצע פון די לערנען באגרעניצונגען טיעם, אבער זיי האבן נישט געוואוסט פון די הייראט וואס האלט ביים געשען. דורך די אפשאצונג, האבן זיי אנערקענט אז ער האט נישט די מעגליכקייט צו צושטימען צו מין און הייראט.
דורך די אנווייזונגען פון די געצוואונגענע הייראט איינהייט, האט מען איינגעשטעלט א פארזיכערונג פלאן, אריינגערעכנט א געצוואונגענע הייראט באשיצונג באפעל. די לערנען באגרעניצונגען טיעם האט דערנאך געארבעט מיט די פאמיליע צו אויפקלערן די ריזיקע פון הייראט פאר מאנדיף און דורכגעגאנגען אנדערע אפציעס פאר זיינע לאנג-טערמיניגע געברויכן.
מאלקאלם’ס מעשה
“איך בין סוזען. מאלקאלם איז מיין טאטע. ער איז 75 און דורכאויס די לעצטע 5 יאר איז ער געווארן זייער קראנק מיט אלצהיימער’ס און זיין דעמענשיע איז זייער שטארק. ער קען נישט געדענקען די מינימאלסטע זאכן ווי למשל וואו ער וואוינט אדער וויאזוי צו מאכן פרישטאג. לעצטע זומער האט זיין שכנה פאמעלא מיר געזאגט אז זי האט געסקעדזשועלט א וואקאציע פאר זיי ביידע און זיי האבן זיך ליב און פלאנירן צו הייראטן ווען זיי קומען צוריק. איך האב עס נישט געקענט גלייבן. ווען איך האב געפרעגט מיין טאטע וועגן דעם האט ער נישט געקענט געדענקען אז ער זאל האבן געזאגט יא צו אן אויספלוג אבער האט געטראכט אז א וואקאציע קען זיין שיין. ווען איך האב דערמאנט הייראט, האט נישט אויסגעזען ווי ער פארשטייט.”
סוזען איז נישט געווען זיכער אויב דאס וואלט געמיינט א געצוואונגענע הייראט האט זי גערופן די געצוואונגענע הייראט איינהייט צו פרעגן.
זיי האבן מסביר געווען אז אויב מאלקאלם האט נישט די מעגליכקייט צו צושטימען צום הייראט, וואלט עס געווען א קרימינאלע טאט פאר אים צו זיין פארהייראט.
א מעגליכקייט אפשאצונג איז גלייך אויסגעפירט געווארן דורך די ערוואקסענע סאושעל קעיר. עס האט באשטימט אז מאלקאלם האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו צושטימען צום הייראט און די באשלוס איז געווען געמאכט פאר די פאליציי צו נעמען שריט עס צו פארמיידן פון געשען.
אפט געפרעגטע פראגעס
וואָס געשעט ווען איך רוף אָן די געצוואונגענע הייראט איינהייט?
איר וועט רעדן צו אן ערפארענע קעיס ארבעטער וואס וועט אייך אויסהערן און געבן שטיצע און אינפארמאציע ספעציפיש פאר אייער אינדיווידועלע אומשטענדן. זיי וועלן אייך געבן אינפארמאציע וועגן אייערע רעכטן און סערוויסעס וואס זענען אוועילעבל פאר אייך. מיר וועלן זיך נישט פארבינדן מיט אייער פאמיליע.
זענען די רופן צו די געצוואונגענע הייראט איינהייט אנאנים?
איר קענט בלייבן אנאנים אויב איר ווילט אבער דאס קען באגרעניצן די הילף וואס די געצוואונגענע הייראט איינהייט קען געבן, דעריבער וועלן זיי אפט פרעגן פאר דעטאלן ווי אייער עלטער, לאקאציע, און נאציאנאליטעט. סיי וועלכע אינפארמאציע וואס איר טיילט מיט מיט אונז וועט ווערן באהאנדלט מיט קאנפידענץ, חוץ אויב איר זענט אונטער 18 אדער עס איז דא א באלדיגע ריזיקע פון שעדיגונג.
קענט איר גאראנטירן מיין זיכערהייט?
כאטש וואס מיר קענען נישט גאראנטירן אייער זיכערהייט, קענען מיר אייך פארבינדן מיט אגענטורן וואס קענען העלפן אייך צו באשיצן. אויב איר זענט אין באלדיגע סכנה זאלט איר רופן די פאליציי אויף 999.
וואָס זאָל איך טאָן אויב איך האב באַשלאסן אוועקצוגיין פונדערהיים?
זיכערע אקאמאדאציעס ביי א פליטים אנשטאלט קען זיין אוועילעבל פאר קרבנות פון געצוואונגענע הייראט און ספעציעלע סערוויסעס פאר מענטשן פון אנדערע צושטאנדן. א פליטים אנשטאלט איז אזויפיל מער פון נאר א זיכערע פלאץ צו שלאפן. א ספעציעלע שטאב וועט אייך צושטעלן די ציגל צו בויען א נייע לעבן.
וואס געשעט אויב איך בין ארויס פון לאנד און איך בין מצליח אוועקצולויפן, אבער איך האב נישט גענוג געלט אהיימצופליען?
אויב עס איז בכלל מעגליך, פרובירט צו שאפן אביסל לאקאלע געלט, א סעלפאון מיט אינטערנאציאנאלע קרעדיט און א קאפיע פון אייער פאספארט (און אויב איר האט רעזידענץ אדער אימיגראציע דאקומענטן פון אן אנדערע לאנד, נעמט דאס אויך). אבער מיר קענען אייך העלפן באקומען נייע UK טראוועל דאקומענטן אויב נויטיג. מאכט זיכער צו האלטן די דאקומענטן אין א פארזיכערטע באהאלטענע פלאץ.
מיר קענען אייך צושטעלן אנווייזונגען און אייך העלפן דורכגיין פארשידענע אפציעס לגבי אייער צוריקקער צו די UK. א געצוואונגענע הייראט באשיצונג באפעל קען אויך ווערן גענוצט אין געוויסע אומשטענדן צו העלפן דעקן די קאסטן פון אייער צוריקקער.
ווי לאנג וועט עס נעמען ביז איך וועל קענען צוריקקומען צו די UK און וואו וועל איך זיין ביז ווען אלעס ווערט ערלעדיגט?
מיר וועלן פרובירן צו ערלעדיגן אלעס פאר אייך צוריקצוקומען ווי שנעל מעגליך. אבער, אויב דארפט איר בלייבן אויסלאנד פאר סיי וועלכע צייט, וועלן מיר פרובירן אייך צו שאפן א גוטע פלאץ צו זיין
אויב בין איך אויסלאנד, וואס וועט זיין אויב איך האב נישט מיין פאספארט?
אויב זענט איר א בריטישע נאציאנאל, קענען מיר אייך געבן אן עמערדזשענסי טראוועל דאקומענט, ווי נאר מיר באשטעטיגן אייער אידענטיטעט. אויב איר זענט נישט א בריטישע נאציאנאל טוט די געצוואונגענע הייראט איינהייט אייך ראטן זיך צו פארבינדן מיט די נאנטסטע אמבאסאדע פון די נאציאנאליטעט וואס איר האלט צו באקומען הילף מיטן באקומען א נייע טראוועל דאקומענט.
איך האב געהייראט אויסלאנד, איז מיין הייראט גילטיג אין די UK?
אויב אייער הייראט ווערט באטראכט אלץ לעגאל גילטיג אין די לאנד וואו עס איז פארגעקומען, וועט עס אין רוב פעלער זיין גילטיג אין די UK. איר מוזט רעדן צו א לעגאלע אדוואקאט, אפגעזען צו איר האט געהאט א רעליגיעזע אדער ציווילע הייראט. רעליגיעזע גט איז נישט לעגאל גילטיג אין די UK.
קענט איר מיר נאך אלץ העלפן אויב בין איך אונטער 16?
יא מיר קענען. ביטע רופט דעם הילף ליניע צו אויסשמועסן אייערע אפציעס.
אויב איך בין נישט א בריטישע נאציאנאל קענט איר מיר נאך אלץ העלפן?
די געצוואונגענע הייראט איינהייט קען צושטעלן שטיצע און הילף צו סיי ווער אין די UK וואס האט א ריזיקע פון א געצוואונגענע הייראט אבער מיר קענען נאר צושטעלן קאנסולארע הילף צו בריטישע נאציאנאלן (אריינגערעכנט דאפלטע נאציאנאלן) איבערן ים.
קען איך באקומען לעגאלע באשיצונג צו פארמיידן די הייראט?
יא. געצוואונגענע הייראט איז א קרימינאלע טאט אין די UK. אויב איר ווערט געצוואונגען צו הייראטן קענט איר זוכן לעגאלע באשיצונג דורך די ציווילע געריכט און/אדער די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם.
ווען איר נעמט אין באטראכט וויאזוי זיך צו באשיצן קענט איר זיך אויסוועלן אויב איר ווילט נוצן די ציווילע גאנג צו באקומען א געצוואונגענע הייראט באשיצונג באפעל, אדער צו גיין צו די פאליציי און איינגעבן א באשולדיגונג דורך די קרימינאלע געריכט, אדער ביידע. איר קענט אויך אויסוועלן נישט צו טון קיין איינס פון די זאכן. די געצוואונגענע הייראט איינהייט קען אייך העלפן דורכגיין אלע אפציעס.
געצוואונגענע הייראט באשיצונג באפעלן קענען אויך ווערן גענוצט צו פארמיידן איינעם פון ווערן אריינגעצוואונגען אין הייראט אדער צו באשיצן איינער וואס מען האט שוין אריינגעצוואונגען אין הייראט. א מענטש קען ווערן ארעסטירט אויב פאלגט ער נישט אויס די באפעל. פאר מער אינפארמאציע זעט די אנווייזונגען וועגן געצוואונגענע הייראט באשיצונג באפעלן אדער רופט די געצוואונגענע הייראט איינהייט.
הילף און שטיצע
- פאליציי אין אן עמערדזשענסי: 999
- פאליציי אין א נישט-עמערדזשענסי: 101
- אשיאנא נעטווארק (לאנדאן) - ספעציעלע פליטים אנשטאלט, עצות, שטיצע און קאונסעלינג סערוויסעס פאר שווארצע און מינאריטעט עטנישע פרויען און מיידלעך אין עלטער פון 14+: 0208 539 0427
- קינדערליין: 0800 1111
- אימקאאן - שווארצע פרויען רעכטן ארגאניזאציע וואס אדרעסירט געוואלדטאטן קעגן שווארצע און מינאריטעט פרויען און מיידלעך: 020 7842 8525
- IKWRO - פרויען רעכטן ארגאניזאציע (איסט לאנדאן) - העלפט מיטל מזרח און אפגאנער פרויען וואס וואוינען אין די UK: 0207 920 6460
- פארווארד (נארט לאנדאן) - אפריקאנער פרויען-געפירטע ארגאניזאציע וואס ארבעט צו ענדיגן געוואלדטאטן קעגן פרויען און מיידלעך: 0208 960 4000
- פרייהייט חסד 0845 607 0133
- קארמא נירוואנא ‘כבוד’-באזירטע אביוז/געצוואונגענע הייראט העלפליין: 0800 5999 247
- לאנדאן שווארצע פרויען’ס פראיעקט: 0208 472 0528
- מענער’ס ראט ליין: 0808 801 0327
- נאציאנאלע דאמעסטישע אביוז העלפליין: 0808 2000 247
- רעספאנד - פאר קרבנות מיט לערנען באגרעניצונגען: 0207 383 0700
- סאמאריטאנען: 116123
- שאקטי פרויען’ס הילף (עדינבורג): 0131 475 2399
- שאראן פראיעקט - חסד צוצושטעלן שטיצע און ראט צו ריזיקירטע פרויען, בעיקר פון סאוט אזיאנער אפשטאם, וואס זענען געווען אדער זענען יעצט ביים ריזיקע פון ווערן איבערגעלאזט צוליב אביוז אדער נאכפאלגונג: 0844 504 3231
- שעלטער - האוזינג ראט: 0808 800 4444
- סאוטאל שווארצע שוועסטערס - א נאר-אזיאנער ארגאניזאציע וואס שטעלט צו ראט, קאונסעלינג און אנדערע שטיצע: 0208 571 9595
- סטאונוואל האוזינג - LGBT האוזינג ראט: 0207 359 5767
- סוויטשבאורד LGBT + העלפליין: 0300 330 0630
- טראוקעיר האוזינג און שטיצע (בירמינגהאם): 0121 554 3920
- True Honour: 07480 621711